Motty Illowitz Releases New Inspiring Yiddish Single – “Ich Gei Dir Nisht Zugen Az..”

Lyrics:

איך ווייס אז מ’זאגט דיך אז –
דו זאלסט נישט זיין צובראכן,

איך ווייס אז מ’זאגט דיך לייג אייז –
אויפ’ן שניט וואס האט דיך צושטאכן.

איך ווייס אז מ’זאגט דיך אז –
ס’עט ווערן בעסער ביז אפאר וואכן,

איך זעה דיינע אויגן נאס-
און איך זע ווי דיין בלוט טוט קאכן.

איך קום נישט איבער זאגן, די זעלבע זאכן
ס’נארמאל אז ס’זאל פלאגן, אין א מצב א שוואכן.
נישטא קיין מענטש וואס וויינט נישט, דאגות איז דא שטענדיג
דאס אלעס אבער מיינט נישט, אז די וועלט האט זיך געענדיגט.

“זיין צובראכן איז נישט קיין סתירה
פון אנקומען צו די העכסטע מדריגות אין גבורה,
א דורכפאל פירט נישט קיין מלחמה מיט הצלחה
און צער איז גאר די שטערקסטע הקדמה צום ברכה.

ווייל:
נצחון קען מען סאך מער ענדזשויען
נאר נאך ווייטאג און בזיון
ווייל ווער נאך ווי דער בעל הנסיון
שפייעט בלוט און שווייס פון אנפאנג.

וואס האט מען פון א סורפרייז אן קיין שפאנונג
וואס האט מען פון נאך א טשענס אן קיין דערמאנונג
וואס האט מען פון הצלחה אויב מ’האט נישט קיין אנונג
ווי ביטער שווער עס איז דער דורכגאנג.”

איך גיי דיר נישט זאגן אז –
דו זאלסט נישט זיין צובראכן,

איך גיי דיר נישט זאגן לייג אייז –
אויפ’ן שניט וואס האט דיך צושטאכן.

איך גיי דיר נישט זאגן אז –
ס’עט ווערן בעסער נאך אפאר וואכן,
איך זע דיינע אויגן נאס –
און איך זע ווי דיין בלוט טוט קאכן.

לאז די טרערן רינען, אבער הער נישט אויף צו גלייבן
דו וועסט גאר אויסגעפינען, ווי סאך דו קענסט דערהייבן.
זיך שטארקן קומט צונוץ-דיר, אויפן גאנצן לעבן
לאז יעדן איינעם חוץ-דיר, אויפגעבן.

“זיין צובראכן איז נישט קיין סתירה
פון אנקומען צו די העכסטע מדריגות אין גבורה,
א דורכפאל פירט נישט קיין מלחמה מיט הצלחה
און צער איז גאר די שטערקסטע הקדמה צום ברכה.

ווייל:
נצחון קען מען סאך מער ענדזשויען
נאר נאך ווייטאג און בזיון
ווייל ווער נאך ווי דער בעל הנסיון
שפייעט בלוט און שווייס פון אנפאנג.

וואס האט מען פון א סורפרייז אן קיין שפאנונג
וואס האט מען פון נאך א טשענס אן קיין דערמאנונג
וואס האט מען פון הצלחה אויב מ’האט נישט קיין אנונג
ווי ביטער שווער עס איז דער דורכגאנג.”
ירידות און עליות
מנוחה און יגיעות
דאס איז דעם לעבן’ס מציאות
ארויף און אראפ.

א חלק פונעם חיות
איבערשפרינגען דעם מניעות
געדענקן אייביג טו עס
ווען זאכן שטעלט זיך אפ:

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *