Belz Camp Presents: Shabbos In Camp | מחנה בעלזא פרעזענטירט: א שבת אין קעמפ

“א שבת און קעמפ”
פיר ווערטער וואס פארמאגן אן עולם מלא אין זיך ,יעדער איד נאכן שווערע ארבעט פון א גאנצע וואך ווי אויך די טייערע קינדערלעך קוקן ארויס און ווארטן פאר די געשמאקע מינוטן דורכאויס שבת זיצנדיג און פארברענגען צוזאמען בשירה וזמרה לקל חי.
די ארגינעלער מעלאדיע פון מאן דיהיב חיי קאמפאזירט ביים לעגענדארע בעל מנגן ר’ מאיר אדלר, און געזינגען דורך בערי וועבער אין זיין לעצטיגן אלבום “קרבן” הערט מען אין אלע ווינקלען פון די וועלט זיך צוזינגען “גם ציפור” מיט א ספעציעלע רגש, האט יעצט באקומען א נייע צורה מיט א לבוש פון שבת.
קומטס מיט מיר אריין און קעמפ זינגען שבת שלום ומבורך וואס וועט אייך אריינברענגען א הייליגן טעם אינעם שבת. הערטס, האטס הנאה, און לאמיר זיך דערווארמענן אינאיינעם…
לחן: מאיר אדלר
(ניגון המקורי מאן דיהיב / אלבום “קרבן” בערי וובר)
מילים והפקה קולי: אנשי עקשטיין
עיבוד: משה לאופר
מיקס ועריכה: חזקי פיש
ילדים: ישי גרוס. שלומי שפירא. חיים קאטה
סולנים: אנשי עקשטיין. שלומי ברוין
עיצוב: BG Design
Composed by: Meir Adler
Original song Man Deuhiv / Berry Weber Korban Album
Lyrics & vocal production: Anshy Eckstein
Music Arranged By: Moshe Laufer
Vocal Mix & Edit: Cheski Fish – Studio Dynamic
Child Solists: Yishy Gross. Shloimy Shpiro. Chayim Koth
Solo: Anshy Eckstein. Shloimy Braun
Graphics: BG Design
א שבת אין קעמפ, א תענוג עולם הבא, שבת שלום ומבורך
איך שפיר אין די לופטן א שמחה
די שבת שוין קומט א מנוחה
שבת אין קעמפ ווער קען דאס בייטען
פון ערב שבת די הכנה
זיך גרייטן צום טייערע מתנה
בא שבת הייליגע צייטען
1
א טבילה געכאפט בקדושה
אנשעפן מיט כוחות פרישע
מיין באנק איז ריין פארן גאסט כראוי
די נשמה יתירה אויפנעמען
דעם נייען זמר שוין קען מען
מי שטרח האט דער השראה
1
די שבת ליכט ער ברענט שיין
פון שנים מקרא פארגעסט ניין
קבלת שבת אזוינס נאכנישט געהערט
די חלות על שלחן ערוך
די מלאך טוב מברך
וייתי לנא א ברכה אויף אונזער געצעלט
פזמון
אוי אוי אוי
שבת שלום. ומבורך
הייליגע מלאכים. יצוה לך
זינגטס מיט אונז מזמור שיר. ליום שכלו
שבת ומנוחה לחי עולמים
אוי אוי אוי
שבת שלום. ומבורך
הייליגע מלאכים. יצוה לך
בענטש אונז שוין מיר ווארטן שוין. ליום שכלו
שבת ומנוחה לחי עולמים
1
מאכלי שבת בתענוגים
ברבורים ושליו ודגים
כל מקדש, מנוחה ושמחה
א ווארט אויפן פרשה א קלער
צמאה נפשי ביים באטע הער
בא שבת בא מנוחה
1
צופרי נאכן קאווע א סברא
א געשמאק מיט א בלאט גמרא
שוכן עד די חזן דרייט ארום
אן עליה געקויפט גאר א חידוש
די זונגען געקנאקט ביים קידוש
א שבת אין קעמפ האט אלע טעמים
1
אסדר לסעודתא
בצפרא דשבתא
יום שבתון יום מחמדים
א שפאציר געכאפט מיטן מדריך
ביי רעוא דרעוא שוין האלט איך
ליבע שבת גיי נישט פון אונז אוועק
פזמון
אוי אוי אוי
שבת שלום. ומבורך
הייליגע מלאכים. יצוה לך
זינגטס מיט אונז מזמור שיר. ליום שכלו
שבת ומנוחה לחי עולמים
אוי אוי אוי
שבת שלום. ומבורך
הייליגע מלאכים. יצוה לך
בענטש אונז שוין מיר ווארטן שוין. ליום שכלו
שבת ומנוחה לחי עולמים
שבת הייליגע שבת. אוי שבת לעכטיגע שבת. שבת הייליגע שבת. שבת שלום ומבורך