Munkatch Camp Shabbos Song, Summer 2022 | שבת ניגון, מחנה חיים ושלום מונקאטש זומער תשפ”ב

video
play-sharp-fill

Munkatch Camp Shabbos Song, Summer 2022 | שבת ניגון, מחנה חיים ושלום מונקאטש זומער תשפ”ב

דעם וואך פארטרייב-עס
עס קומט שוין שבת
מנוחה ושמחה אור ליהודים
א גאנצע וואך מיר שטרעבן
שבת דיר אפגעבן
דיין באערונג, דיינע כיבודים.

שבת’דיג געקליידט
טישן אנגעגרייט
רייך געדעקט, עס שמעקט, די גוטע מאכלים.
די ליכטעלעך זיי פלאמען
ווען מ’זינגט צוזאמען
פאר’ן קה רבון עלם.

אין קעמפ אויף זומער טוען מיר קומען
מען איז פארנומען שפילן און שווימען
מוכן ומזומן
שרייען און שטימען
פארברענג און שפיל.

טראגן, ברענגען, לויפן און שפרינגען
לידער זינגען, עס זאל געלונגען
איך טו זיך דינגען, וואס איז אבער דער עכטער ציל.

דער ציל איז באמת, די הייליגע תורה
תפילות, איך נעם עס, ארויף צום גרויסן בורא
אויסנוצן מיינע שאיפות שיינע
מידות פיינע אויף די לופט די ריינע
זומער שנתת בי טהורה.

א שבת ווער רעדט-נאך, מיט אירע באדייטן
די התלהבות, עס וועט-נאך, אן אייביגן אור פארשפרייטן
מיר באגלייטן, פון איין וואך צום צווייטן
די הייליגקייטן, טוט מיר אנגרייטן
אויף די קאלטע ווינטער צייטן.

אויהוי,
פון איין זייט איך שטיי צובראכן
אז קעמפ איז נאר אכט וואכן.
פון דער אנדערער זייט ווייס איך גוט
אז וואס איך כאפ אריין יעצט, נעם איך מיט
דערפאר איך זאפ מיך איין, ווי מער איך קען
אז פון דעם קורצן זמן
זאל אין מיר זיין
אויף אייביג דעם שיין
דעם ווארעמען ברען.

אוי הוי
קינדערלעך וואוילע און טייערע
נעמטס מיט די נשמה יתירה
ווייל א שבת ווי דא אין דעם מונקאטשער געצעלט
טרעפט מען נישט אין ערגעץ אויף דער וועלט.
עס טראגט אונז אוועק, פון די רוישיגע גאס
יעדע מחנה און קלאס
מאכט זיכער אז
לקל ירצו, כמנחה על מחבת.

מען ציילט מיט שפאנונג, די שמונה שבועות
עס טיילט א דערמאנונג, אז געדענקען טו-עס
אז די צוויי מאנאטן פון היץ קלימאטן
די רעזולטאטן פון די צייטן
אויף מיר האט עס א השפעה א ווייטן
איך גיי אויסנוצן, מיין יעדע כשרון
געטריי אויסקריצן, זכרונות אויף לאנגע יארן
די פאנאראמעס
פון אב און תמוז
איכות וכמות
אויף אייביג דער טעם-איז
איינגעקריצט אין מיין זכרון.

Follow, The Yiddishe Vinkel platform
YouTube: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel
Instagram: https://www.instagram.com/YiddisheVinkel
Telegram: T.me/YiddisheVinkel
Twitter: https://twitter.com/YiddisherVinkel
WhatsApp: https://bit.ly/3MjwS2Q

Videos not loading? Contact your filter to whitelist JewishTidbits videos.

Similar Posts