יעקל מלמד – מוטי אילוביץ | השגות – מתורגם

יעקל מלמד - מוטי אילוביץ - "השגות" l מתורגם
play-sharp-fill

יעקל מלמד – מתורגם
מוטי אילוביץ
אלבום “השגות”

מילים:

ר’ יעקל סמט – המלמד, מחנך תלמידים בכתה
ללמוד ולשנן, לא להתבטל לרגע חס וחלילה
לכן מפליא את הילדים שהרבי (המלמד) יוצא לפרוזדור.
נשאר עומד על המפתן, לוקח את הפלאפון ומתקשר

המנהל אינו מאמין למראה עיניו: אתה כאן כבר שלושים שנה
ואיך שאני מכיר אותך בוער בך הביטול תורה אפילו כחוט השערה
לכן אני שואל: שידוך? או האם מישהו נפטר חלילה?
מה קרה? האם הכל כשורה? כי אתה נראה חיוור מבהלה.

בחיוך רגוע הוא עושה תנועת ביטול עם היד;
היום יום שני לפני פסח ופתאום נזכרתי
שבבית אמרו לי לפני כמה ימים
שביום שני לפני פסח זורקים את כל הביגוד הישן

כבר שלושים שנה שאני חוסך כסף ושם בצד
אלפים רבים מונחים בחליפה ישנה
ואף אחד לא יודע אודות כך
הייתי חייב להתקשר הביתה
למרות שממש לא רציתי לבטל תורה
ביקשתי שלא יזרקו לפח את החליפה הזאת

אהא! אומר המנהל
זה יוצא מן הכלל
על זה ביטול תורה אינו חל
כי במקרה הזה אתה מציל
את הרכוש הרב

ר’ יעקל בפנים זוהרות
עונה בשלווה ורוגע
אינני מציל
כי החליפה עם הרכוש
כבר מזמן אבודים
מונחים במשאית זבל במרחק רב
התקשרתי מאוחר מידי

אבל תסלח לי המנהל, עכשיו זה כבר באמת ביטול תורה
אני צריך לחזור לכתה…

“אמר אביי – ילדים…”

המנהל לא מתאושש, לא מאמין, משהו כאן לא מסתדר
ר’ יעקל – איבדת את כל הסכום, ואתה ממשיך הלאה כאילו לא קרה כלום
ר’ יעקל מבטל זאת בפשטות – אינני גיבור כלל
זה אמנם בעיה, אבל בשביל זה באנו לעולם

עיניו בוהקות ומבריקות, בעודו מספר את סודו:
אני נזכר במשגיח שלי, ר’ גד’ל הידוע
הוא היה מחדיר בנו וזועק: בחיים לפעמים יש כאב לב
הבורא יזמן בחיים נסיון, ילדיי זיכרו זאת היטב

כל התכלית שלשמה באנו לעולם
זה בשביל לעמוד בנסיון קשה אחד
ובאותו רגע אחד
יהיה לך בחירה
אם לאבד את עצמך או לעמוד בנסיון

היום בחרו משמים לנסות אותי
נעמיד את יעקל בנסיון ומה יקרה?
אמנם יש לי הפסד ענק
אבל החלטתי בתוכי
אאבד כסף, אבל לא אאבד את עצמי
נסיון! נסיון! נסיון! אני חזק ממך!!!

אהא! אומר המנהל
אתה יוצא מן הכלל
אני מסכים לגמרי

הדלת נטרקת
הוא נשאר עומד שם
משפשף את עיניו
עם רגשות מטלטלים
ויראת כבוד
עכשיו הוא קולט…
למה מכנים מלמדים רבי’ס!

מילים באידיש:

ר’ יעקל סאמעט – א מלמד – מחנך תלמידים אין קלאס
חזר’ן און טייטלען – נישט בטל’ען – א רגע, חלילה וחס.
דערפאר איז א וואונדער – ביי די קינדער – אז דער רבי גייט ארויס אין האל
בלייבט שטיין ביים שוועל – ער הייבט אויף זיין סעל – און מאכט גאר א טעלעפאן קאל.

דער מנהל ער זעט אים – און בעט אים – דו ביסט שוין דא דרייסיג יאר
און לויט ווי איך קען דיר – ס’ברענט דיר – ביטול תורה אפילו א האר.
פרעגן איך מו-דיך – א שידוך? – צו חלילה איז איינער אוועק?
וואס איז דער באדייט – צי איז אלעס אל-רייט – ווייל דו קוקסט אויס בלאס פון שרעק.

מיט א רואיגן שמייכל ער מאכט עס אוועק מיט דער האנט
ס’איז מאנטאג פאר פסח, און איך האב מיך פלוצלינג דערמאנט.
אז אין שטוב אנגעזאגט האט מען מיר
צוריק מיט אפאר טעג פריער
אז מאנטאג פאר פסח ווארפט מען די אלטע שטאפיר.

שוין דרייסיג יאר איך שפּאָר אפּ געלט אין דער זייט
שווערע אלפים עס ליגט אין אַן אלטן כאלאט.
און קיינער פון דעם האט געוואוסט
אהיימקלינגען האב איך געמוזט
כאטש ביטול תורה האט מיר בכלל נישט געגליסט (ניין ניין ניין)
איך האב געבעטן אז מ’זאל דעם כאלאט’ל נישט ווארפן אין מיסט.

אהא! זאגט דער מנהל
ס’איז א יוצא מן הכלל
ביטול תורה איז נישט חל
ווייל איר ראטעוועט דעם פאל
א פארמעגן אבנארמאל.

ר’ יעקל מיט א שטראל
ענטפערט מיט מאראל
איך ראטעווע נישט, ווייל
די כאלאט מיט די מאטריאל
ליגט שוין לאנג אין אפּפאל
אין א טרעקל ווייטע מייל
איך האב גערופן צי שפעט פערצופאל.

אבער זייט מיר מוחל מנהל… יעצט איז שוין טאקע ביטול תורה…
איך דארף צוריקגיין אין קלאס…

“אמר אביי, קינדערלעך…”

דער מנהל דערהייבט-נישט – און גלייבט-נישט – עפעס איז דא קאפויע
האסט פארלוירן, ר’ יעקל – יעדן שקל – און גייסט ווייטער כאילו לא היה.
ר’ יעקל אפוואשט-עס – מיט פשטות – איך בין בכלל נישט קיין העלד
ס’איז א פראבלעם – אבער פאר דעם – קומט מען אראפ אויף דער וועלט.

זיינע אויגן גלאנצן – און טאנצן – דערציילנדיג זיין סוד’ל
דערמאנען זיך טו-איך – מיין משגיח – דער באקאנטער ר’ גד’ל.
ער פלעגט איינזייען – און שרייען – אז אין לעבן דאס הארץ אמאל קרענקט
דער בורא וועט געבן – א נסיון אין לעבן – קינדערלעך מיינע, געדענקט.

די גאנצע תכלית פארוואס מען קומט אויף דער וועלט
איז פאר איין שווערע נסיון צו ווערן געשטעלט.
אין די איין רגע איין
וועט עטס דארפן מחליט זיין
אויב מען וויל זיך פארלירן אדער דאס בייצושטיין.

היינט האט מען מיר אויסגעקליבן פון הימל צו זען
לאמיר אויסזעקלן יעקל’ן, און וואס וועט געשען?
א ריזן פארלוסט האב איך
אבער איך האב באשלאסן ביי מיך
פארלירן געלט, אבער נישט פארלירן…. זיך!
נסיון! נסיון! נסיון! איך בין שטערקער ווי דיך!!!

אהא! זאגט דער מנהל
איר זענט א יוצא מן הכלל
דעם פולסטן הסכמה איך גיב-עס.

די טיר ווערט פארקלאפט
שטיין דארט ער בלייבט
זיינע אויגן ער רייבט
מיט רגש וואס טרייבט
מיט עהרע געזאפט
יעצט האט ער זיך געכאפט…
פארוואס מלמדים הייסן רבי’ס!

Source: YouTube (Embedded).
Videos not loading? Contact your filter to whitelist JewishTidbits videos.

Similar Posts

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *