Lev Leyeled: Chilu Posen Recounts a Fascinating Experience | ר יחיאל פאזען לב לילד

video
play-sharp-fill

בס״ד

אט האט איר א פולקאמע פרעזענטאציע פונעם גראנדיעזן מעמד הכרת הטוב פאר די הונדערטער איבערגעגעבענע וואלונטירן פונעם אלעמען באקאנטן ארגאניזאציע ״לב לילד״ וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אין שטאט מאנסי דעם פארגאנגענעם מוצ״ש כי תשא העעל״ט. דער מעמד איז פארגעקומען צו אויסדרוקן אנערקענונג פאר די פילע פעולות וואס די וואלונטירן דורכאויסן יאר פאר ״לב לילד״.

דאן האט מיט א באצויבערנדע דרשה אויפגעטרעטן דער באקאנטער בעל מנגן הר״ר יחיאל פאזען הי״ו וואס האט דערציילט אן אינטערסאנטע פאסירונג וואס ער האט ערשטהאנטיג בייגעוואוינט נאכן מיטהאלטן א שבת אינאיינעם מיט די ״לב לילד״ קינדערלעך.

לב לילד פארמאגט איבער דריי הונדערט און פופציג איבערגעגעבענע וואלונטירן, מענער און פרויען צוגלייך, מיט לאקאציעס און צענטערן אין אלע אידישע שטעט איבער מאנסי, בארא פארק, וויליאמסבורג, קרית יואל, לעיקוואד, און שיכון סקווירא, און נאך, וועלכע געבן זיך אוועק מיט הארץ און געפיל פאר די קינדערלעך, און טוען ביישטייערן זייער גאנצע נשמה און וועזן פאר די הצלחה פון די קינדערלעך.

_______________________________

https://levleyeled.org

Experience the grand appreciation event celebrating the numerous devoted volunteers of the esteemed organization “Lev Leyeled” in Monsey. This special occasion was held to recognize the countless activities these volunteers carry out year-round for “Lev Leyeled”.

Be captivated by the engaging speech from renowned singer R’ Chilu Posen, leader of the “Hamezamrim Choir,” as he recounts a fascinating experience he had while spending Shabbos with the “Lev Leyeled” children.

Lev Leyeled boasts over 350 selfless volunteers, both men and women, with centers located in various Jewish cities throughout Monsey, Borough Park, Williamsburg, Kiryas Joel, Lakewood, and New Square. These compassionate individuals tirelessly contribute their hearts and souls to the success and well-being of the children they serve.

Source: YouTube (Embedded).
Videos not loading? Contact your filter to whitelist JewishTidbits videos.

Similar Posts

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *